Services

WHAT CHASSIDISH DOES

נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין אייער אווענט איז, איין תירוץ צו אן הערליכע שיינעם אווענט וואס וועט געדענקט ווערן חסידיש

Services

חתונות

א חתונה נאכט מיט חסידיש איז אן אויסערגעווענליכע עקספיריענס — אנגעהויבן פון דער קבלת פנים, חופה און סעודה, ביזן טאנצן און מצוה טאנץ.

ווען חסידיש איז אויפן פלאטפארמע, זענט איר גאראנטירט אז דער גאנצער זאל ווערט אריינגעשלעפט אין די לעבעדיגע שטימונג און לעבעדיגע טענץ.

א נאכט מיט חסידיש פארוואנדלט זיך אין אן אמת'ע חסידישע אטמאספער — א נאכט פול מיט ווארעמקייט, ענערגיע און שמחה, וואו יעדער וויל זיין א חלק דערפון.

בר מצוה

ומשפע מצוות תפילין יתמשך עלי — מיט א חסידישן חן פילן די קולות פון חסידיש אן דעם זאל מיט ווארימקייט און א חסידישע אטמאספער. א בר מצוה איז אן איינמאליגע געשעהניש, און מיט חסידיש אויפן פלאטפארמע ווערט די שמחה א שלימות.

שבע ברכות

א שבע ברכות מיט חסידיש נעמט אריין דעם גאנצן ציבור אין א רואיגע, פרייליכע שטימונג. די ווארעמע הארמאניעס און הערליכע געזאנגען געבן צו א באזונדערן חן צו דער שמחה, און שאפן אן אטמאספער וואו די געלאדענטע ווילן בלייבן און מיטהאלטן.

ווארט / תנאים

וואס קען זיין שענער, ווען מען שליסט א שידוך, ווי ארויסצוברענגען דעם שבח והודאה דורך ניגוני שמחה?

חסידיש, מיט אירע ווארעמע שטימעס און ארטיסטישע קונץ, ברענגט ארויס דעם קלימאקס פון דער שמחה און גיבט דעם מעמד דעם פאסיגן חסידישן חן.

זמירות יאמרו — וחסידיש ישמיעו.

וואך נאכט

המלאך הגואל אותי מכל רע — מיט פראפעסיאנעלקייט ברענגט חסידיש אריין א באזונדערע דאזע פון רואיגקייט, שמחה און התעוררות, און שאפט אן אטמאספער וואס יעדער באטייליגטער שפירט און נעמט מיט זיך.

סיום

מיט פאכמאניש אויסגעקליבענע, פאסיגע מעלאדיעס ברענגט חסידיש אריין דעם ריכטיגן כבוד און שמחה, און פארוואנדלט אייער סיום אין אן אומפארגעסליכן תורה׳דיגן מאמענט — א מעמד וואס דער עולם וועט הנאה האבן און לאנג געדענקן.

כי הם חיינו ואורך ימינו.

דינערס

מיט הערליכע קלאנגען פון חסידישע ניגונים, באגלייט מיט געשמאקע און פראפעסיאנעלע פרעזענטאציעס, ברענגט חסידיש אייער מעמד צו א הויכן שטאפל — א נאכט צום געדענקן, און א פאסיגע אויסדרוק פון הכרת הטוב פאר אייערע נדבנים און צוקונפטיגע שטיצער.

הכנסת ספר תורה

מיט א טיפן תורה׳דיגן און חסידישן טעם באגלייט חסידיש אייער הכנסת ספר תורה פון אנהייב ביז צום סוף — פונעם מעמד הכתיבה ביז דער הערליכער סעודה לגומרה של תורה.

מיט ווארעמע תורה׳דיגע ניגונים און פאסיגע מוזיקאלישע אראנדזשירונגען, באקומט דער גאנצער מעמד דעם כבוד, שמחה און דערהויבנקייט וואס אזא איינמאליגע שמחה פארדינט.

פראדאקשען

פון דער ערשטער פלאנירונג ביז צום לעצטן פרט — איר דארפט זיך נישט זארגן פאר גארנישט. אונזער פראפעסיאנעלער שטאב נעמט איבער די גאנצע פראדאקשען און זארגט אז יעדער חלק פונעם מעמד זאל זיין אויסגעפלאנט און אויסגעפירט אויפן העכסטן ניווא.

פון לייטינג און סאונד, ביז זינגערס, מוזיקאנטן, רעדנערס, פרעזענטאציעס און אלע אנדערע נויטיגע סערוויסעס — מיר שטעלן צוזאם די ריכטיגע פראפעסיאנאלן, מאכן די גאנצע קאארדינאציע און זארגן אז יעדער פרט זאל זיין אויסגעפירט מיט די גרעסטע פראפעסיאנעלקייט.

אונזער ציל איז פשוט: איר זאלט קענען הנאה האבן פון אייער מעמד, און די דאגות לאזן פאר אונז. פון דער מוזיק־סטעידזש ביז צום לעצטן מייק אין זאל, ווערט אלעס אויסגעקליבן מיט קוואליטעט און פראפעסיאנעלקייט, כדי דער גאנצער פראדאקשען זאל ארבעטן צוזאמען גלאט און פערפעקט.

פרעזענטאציעס

מיר שטעלן צו פראפעסיאנעלע און שעפערישע פרעזענטאציעס, ספעציעל צוגעפאסט פאר אייער מעמד — צי עס זאל זיין פאסיגע און געשמאקע גראמען לכבוד די מאורע, א ספעציעל צוגעפאסטער ניגון, אדער א פולשטענדיגע מוזיקאלישע פרעזענטאציע.

יעדער פרט ווערט אויסגעארבעט מיט אן ארטיסטישן און פראפעסיאנעלן צוגאנג, כדי צו שאפן א שטארקע און באדייטפולע איבערלעבעניש וואס דער עולם וועט געדענקען.

Book Us

א שמחה מיט חסיד'יש איז חסיד'יש

Tell us the date. We'll take it from there.

Book Us