Shabbos Choir
א חסידישע שבת
א שבת מיט חסידיש איז פשוט א צווייטער שבת
א שבת מיט חסידיש כאר איז נישט סתם נאך א שבת — עס איז א כולו רוחניות׳דיגע אטמאספער, א דערהויבענע איבערלעבעניש וואס מען שפירט אין יעדן מינוט.
שוין איבער צען יאר, כולן שוין לטובה, באשיינט חסידיש שבתים און בארייכערט די סעודות מיט די רייכע, ווארעמע און הארציגע קולות פון אירע מיטגלידער. דער חילוק צווישן א שבת מיט חסידיש און א שבת אן חסידיש איז הימל און ערד.
פון די ערשטע קלאנגען פון „שלום עליכם“, דורכאויס די זמירות און סעודות, ביז די פרייליכע טענץ נאכן בענטשן, ווערט דער שבת באגלייט מיט הערליכע הארמאניעס און קונסטליכע קולות וואס שאפן אן אטמאספער וואס נעמט אריין דעם גאנצן עולם און שלעפט יעדן אריין אין דער וועלט פון חסידישער נגינה.
אנשטאט די באטייליגטע זאלן זיצן און ווארטן ביז די סעודה ענדיגט זיך, ווערט דער גאנצער זאל פארוואנדלט אין איין גרויסן חסידישן כאר. יעדער זינגט מיט, יעדער שפירט די שמחה, און די גאנצע סעודה באקומט א נייעם, לעבעדיגן טעם.
די אלטע, אוטענטישע חסידישע ניגונים ווערן הערליך צוזאמגעפלאכטן מיט פרישע מעלאדיעס, און חסידיש ברענגט נישט בלויז געזאנג — נאר א שטימונג, א געפיל און א דערהויבנקייט וואס נעמט איבער דעם גאנצן צוזאמקום.
עס ווערט א שבת וואס מען האט באמת הנאה, א שבת וואס מען געדענקט נאך לאנג — ממש א מעין עולם הבא.
חסידיש כאר — ווייל א שבת מיט חסידיש איז פשוט א צווייטער שבת.
Book Us
א שמחה מיט חסיד'יש איז חסיד'יש
Tell us the date. We'll take it from there.
Explore
Everything Chassidish does.
Who sings, how long they have been at it, and why it sounds like this.
MusicLive recordings you can play, and the album.
GalleryPhotographs from real simchos.
VideosWatch the room come alive.
Shabbos Choirא שבת מיט חסידיש איז פשוט א צווייטער שבת
ServicesChasunas, bar mitzvos, sheva brochos, dinners and more.
MediaChassidish in print — the articles and the pictures.